טאנג טייט און ליפ טייט אין פאמאנא, נ.י.
א לייכטע לעיזער באהאנדלונג וואס קען העלפן ביים עסן, ריידן און מער, פאר בייביס, קינדער און טיניעדזשערס.

וואס איז טאנג-טיי און ליפ-טיי?
א פרענום איז א דינער שטרייף געוועב וואס פארבינדט צוויי טיילן פונעם מויל, ווי די צונג צום אונטערשטן טייל פונעם מויל, אדער די אויבערשטע ליפ צו די יאסלעס. ווען עס איז צו שטארק צוגעבונדן, רופט מען עס טאנג-טיי אדער ליפ-טיי, און עס קען מאכן פראבלעמען אויף קורץ און אויף לאנג. די פראבלעמען קענען זיך אנהייבן אין די ערשטע טעג פונעם לעבן, אדער זיך באווייזן שפעטער.
נייגעבוירענע קענען האבן שוועריגקייטן זיך אנצוכאפן ביים זייגן אדער ביי דער פלעשל. אויב די צונג קען נישט גוט פארמאכן און ציען, פליסט די מילך אדער פארמולע נישט גוט, וואס קען אפהאלטן א בעיבי פון צונעמען דעם וויכטיגן וואג אין די ערשטע וואכן.
מיר באהאנדלען טאנג-טיי און ליפ-טיי פאר בייביס, קינדער און טיניעדזשערס פון איבער גאנץ ראקלאנד קאונטי אין אונזער אפיס אין פאמאנא, נ.י.
סימנים אויף וואס אכטונג צו געבן
סימנים לויט עלטער
סימנים ביי א מאמע וואס זייגט
- ווייטאג ביים זייגן
- שוואכע אנכאפונג
- וואונדע, צעשפאלטענע אדער צוגעדריקטע הויט ביים זייגן
- בלוטן, אדער א שיף צוגעדריקטע פארעם נאכן זייגן
- מילך גייט נישט גוט ארויס, פארשטאפטע מילך קאנאלן, איבערגעפילטקייט אדער מאסטיטיס
- דאס זייגן פילט זיך ווי א פולע צייט ארבעט
סימפטאמען ביי בייביס
- שוואכע אנכאפונג ביים זייגן אדער ביי דער פלעשל
- שלאפט איין ביים עסן
- שפייט אפט ארויס, אדער מילך רינט ארויס ביים עסן
- קוועטשט זיך און איז אומרואיג
- גרעפצט מיט גאזן
- שווער צוצונעמען אין וואג
- קנאקן אדער שמאצן ביים עסן
- כראפעט אדער אטעמט דורכן מויל
- יעדעס עסן ציט זיך מער ווי 20 מינוט
סימפטאמען ביי קינדער און טיניעדזשערס
- א שפעטיגונג אין רעדן אדער א שוועריגקייט מיטן רעדן
- אטעמען דורכ'ן מויל, כראפען אדער אומרואיגער שלאף
- סליפ עפניא
- קריצן מיט די ציין
- עסן וואס בלייבט שטעקן צווישן די יאסלעס און די ליפ
- ווייטאג אדער אומבאקוועמלעכקייט ביים בערשטן די אויבערשטע פאדערשטע ציין
- יאסלעס וואס ציען זיך צוריק
- קעוויטיס אויף די אויבערשטע פאדערשטע ציין
- א לאך צווישן די אויבערשטע פאדערשטע ציין
באהאנדלונג
א פרענעקטאמי נעמט אוועק א קליין שטיקל פונעם פרענום, אז די געגנט זאל זיך אויסהיילן אין א בעסערע פאזיציע. מיר נוצן א לעיזער צו לייכט פאררעכטן סיי טאנג-טיי און סיי ליפ-טיי. קינדער און טיניעדזשערס האבן געווענליך ווייניג אומבאקוועמליכקייט נאכדעם, און זיי ערהוילן זיך גיך.
גרייט פאר אייער קינד'ס באזוך?
שיקט א בקשה און מיר וועלן אייך צוריקרופן צו געפינען א צייט, אויך נאך שולע.
מיר זענען אין-נעטווערק מיט אלע דענטל PPO פלענער. זעט אייער פלאן